כב. ב' חלקים משיחת ש"פ בהר-בחוקותי ה'תשל"א.

הנחת הת' בלתי מוגה

די משנה זאָגט "עשרה נסים נעשו לאבותנו בבית המקדש", און ער רעכנט דערנאָך אויס אַלע צען נסים; אָבער עס איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק דער סדר שבזה: בכלל קען דאָך זיין דער סדר אויף צוויי אופנים, אָדער ער זאָל אָנהייבן רעכענען די נסים וואָס זיינען מער ברגילות, אָדער אָט די נסים וואָס זיינען מער חשוב, אָבער אין דער משנה איז דער סדר לגמרי ניט מובן ...

...וואָס רעכנט מען אַלס דעם ערשטן נס, ד.ה. וואָס איז געווען דער גרעסטער נס? – "לא הפילה אשה מריח בשר הקדש", אַז עס האָט קיין מאָל ניט געטראָפן אַ פאַל אַז הפילה אשה צוליב דעם ריח פון בשר הקדש: דאָס איז אַ נס וואָס איז פאַרבונדן מיט אַן אשה דוקא, און דוקא מיט אַ נשואה, און דוקא מיט אַ מעוברת, און דוקא מיט אַזאַ וואָס איז געווען אין ירושלים, ובקירוב מקום; און אעפ"כ רעכנט דאָס די משנה אַלס דעם ערשטן נס!

מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס דאָס איז אַן ענין פון פיקוח נפשות, וואָרום ס'איז דאָך פאַראַן דער נס פון "לא הזיק נחש ועקרב בירושלים", וואָס איז אויך פקו"נ: בנוגע אַ נחש איז דער דין אַז "נחש כרוך על עקבו לא יפסיק" אין מיט'ן שמו"ע ווייל עס איז ניט קיין סכנה, אָבער אויב אַן עקרב איז כרוך על עקבו יפסיק, ווייל עקרב איז אַ סכנה (שו"ע אדמוה"ז סי' קד ס"ב), און דאָ זאָגט מען אַז ניט נאָר אַ נחש "לא הזיק", נאָר אַן עקרב אויך ניט, איז דאָך דאָס אויך פיקוח נפשות, און אעפ"כ רעכנט עס ניט די משנה אַלס דעם ערשטן נס; איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס מ'רעכנט "לא הפילה אשה מריח בשר הקדש" אַלס דעם ערשטן נס, איז דאָס ניט מצד פיקוח נפש, נאָר דערפאַר וואָס דאָס איז טאַקע דער גרעסטער נס – אע"פ וואָס דאָס איז נוגע נאָר צו אַן אשה, און ס'איז אויך ניט קיין נס בנוגע די אשה אַליין, נאָר דער נס איז אַז דאָס האָט ניט געשאַט דעם עובר, און אעפ"כ איז דאָס דער ערשטער נס.

דערפון האָט מען אַרויס אַ מורא'דיקע הוראה: פון דעם זעט מען די מעלה פון אַ אידיש קינד, און אפילו פון אַ קינד וואָס איז נאָך ניט געבאָרן געוואָרן, אַן עובר, וואָס דערפאַר איז דאָס דער גרעסטער נס.

ווי מ'האָט גערעדט אמאָל בארוכה אַז דאָ רעדט זיך אַלץ וועגן אַן ענין פון קדושה, וועגן בשר הקדש, וואָס במילא וואָס מער זי איז געווען אַ צדקנית, וואָס מער זי האָט זיך געקאָכט אין פרומקייט, אין אלקות, האָט זי אַלץ מער געוואָלט עסן פון בשר הקדש,

[און דאָס וואָס זי האָט דאָס ניט געקענט עסן איז ניט געווען דערפאַר וואָס די תורה האָט גע'אסר'ט אַז זי טאָר דאָס ניט עסן, נאָר בלויז מצד זייטיקע סיבות, ע"ד ווי דאָס האָט ניט באַלאַנגט צו איר, עס איז געווען אַ צווייטן'ס, איסור גזילה וכיו"ב – אָבער בעצם מעג זי עסן בשר הקדש];

און דאָס איז דער אויפטו, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס דאָס איז בשר הקדש, וואָס במילא וויל זי דאָס שטאַרק, אעפ"כ איז געווען דער נס אַז "לא הפילה אשה מריח בשר הקדש"; דאָס וואָס אַן ענין פון טבע האָט איר ניט געשאַט, דאָס איז ניט קיין אויפטו; מאי קמ"ל אַז אַן ענין טבעי האָט ניט קיין שליטה אויף אַ איד, טבע קען ניט שאַטן אַ איד'ן, אָבער דאָ איז געווען דער אויפטו "לא הפילה אשה מריח בשר הקדש", אַז אפילו אַן ענין פון בשר הקדש, קדושה, האָט אויך ניט געשאַט, אַ אידיש קינד, וואָס דאָס איז דער גרעסטער נס און דאָס רעכנט מען פאַר אַלע אַנדערע נסים.

און דאָס איז פאַרבונדן במיוחד מיט היינטיקע צייטן, וואָס איצטער האָט זיך אָנגעהויבן אַן ענין וואָס מ'רופט אָן "ליבעריישאָן" פון "וואוּמענהוּד", אַז מ'דאַרף באַפרייען די פרויען, מיט די הסברה בזה אַז די פרויען ווילן נאָכמאַכן די מענער,

[וואָס דאָס אַליין איז שוין אַן ענין וואָס האָט קיין הבנה ניט: אויב די פרויען ווילן באַפרייט ווערן, דאַרפן זיי ניט נאָכמאַכן די מענער, דאַרפן זיי זיין אָט דאָס וואָס זיי זיינען, אָבער עכ"פ אזוי וויל מען מאַכן],

אויב אַ מאַן דאַרף לייפן אויף "וואל סטריט", ווילן די פרויען אויך לייפן אויף "וואָל סטריט"; אַ מאַן האָט ניט קיין מנוחת הנפש, ווילן די פרויען אויך ניט האָבן קיין מנוחת הנפש; אַ מאַן האָט ניט קיין צייט אָפּגעבן זיך מיט חינוך פון די קינדער, ווילן די פרויען אויך ניט אָפּגעבן זיך מיט חינוך פון די קינדער; אַ מאַן האָט ניט קיין צער ההריון והלידה, ווילן די פרויען אויך ניט האָבן צער ההריון והלידה; ובפרט אויב זי קען לערנען ווייס זי אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַן עונש, טענה'ט זי: פאַרוואָס דאַרף זי האָבן צו טאָן מיט אַן ענין פון עונש?!

אָבער באמת דער עונש איז בלויז דער צער, אָבער דער עצם ענין פון האָבן קינדער, איז די גרעסטע ברכה וואָס קען נאָר זיין, דאָס איז די גרעסטע ברכה וואָס דער אויבערשטער גיט אַז מ'זאָל קענען האָבן קינדער; און דאָס דאַרף זיין די ערשטע זאַך, עס זאָל צוקומען נאָך אַ אידיש קינד.

אע"פ אַז זי קען דאָך מאַכן אַ חשבון אין קדושה, אַז אזוי וועט זי קענען האָבן מער געלט אויף צדקה, און דער מאַן וועט קענען קויפן אַ ש"ס, אָדער עי"ז וועט ער האָבן מער צייט צו לערנען וכו', און זי וועט קענען האָבן מער צייט אויף העלפן אַ צווייטן איד – זאָגט די משנה ניין! "לא הפילה אשה מריח בשר הקדש", אַז בשר הקדש קען ניט שאַטן אַ אידיש קינד; ולאידך גיסא: עס קען אפילו זיין בשר הקדש, אָבער אויב דאָס וועט שאַטן צו אַ אידיש קינד – טויג דאָס ניט, וואָס דאָס איז די ערשטע זאַך וואָס די משנה באווארנט, מען זאָל זען אַז עס זאָל צוקומען אַ אידיש קינד.

דאס איז דאָך די ערשטע מצוה אין דער תורה, "פרו ורבו ומלאו את הארץ" – נאָך פאַר "אנכי ה' אלקיך", וואָס סדר אין תורה איז אויך תורה, איז די ערשטע פון אַלע תרי"ג מצות איז די מצוה פון "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה"; דער שיעור למטה איז עכ"פ צוויי קינדער, זכר ונקבה, אָבער בנוגע דעם שיעור למעלה שטייט "ומלאו את הארץ וכבשוה", אַז אויב נאָר עס איז דאָ אַן ארט בארץ וואָס מ'האָט נאָך ניט ממלא געווען, איז דאָ דער ענין פון "פרו ורבו" ביז "וכבשוה".

האָט מען דאָ די הוראה פון דער משנה, אַז די ערשטע זאַך דאַרף מען זען עס זאָל צוקומען אַ אידיש קינד, און עס טאָר אויף דעם ניט זיין קיין מניעה: אויב מצד בריאות איז דאָ אַ ספק, דאַרף מען פרעגן ביי אַ רב און הערען דעת תורה בזה און טאָן כדעת תורה, אָבער חוץ פון דעם טאָר ניט זיין קיין מניעות אין דעם, און אפילו מצד דוחק אין פרנסה.

און די אַלע חשבונות וואָס מ'מאַכט אַז עי"ז וועט פעלן אין אַנדערע זאַכן, אין ענינים של קדושה, האָט מען אויף דעם די הבטחה אַז "לא הפילה אשה מריח בשר הקדש", אַז אויב נאָר דאָס איז אַן ענין פון בשר הקדש, איז "לא הפילה", וועט דאָס ניט פעלן, נאָר מ'וועט האָבן אַלע ענינים בשלימותם, ביז אַז צוליב דעם מאַכט דער אויבערשטער די גרעסטע נסים, אַז ס'זאָל קיינעם ניט שאַטן אפילו ניט אַן עובר נאָך פאַר דעם וואָס ער ווערט געבאָרן, און מ'ווייס נאָך ניט וואָס ער וועט זיין, אַ צדיק אָדער פארקערט וואָרום "צדיק ורשע לא קאמר", אעפ"כ וויבאַלד אַז ער וועט געבאָרן ווערן פון אַ אידיש'ע מוטער איז זיכער אַז עס וועט צוקומען נאָך אַ איד אין וועלט, דערפאַר מאַכט דער אויבערשטער די גרעסטע נסים, ועאכו"כ פאַר דעם וואָס איז שוין געבאָרן געוואָרן און ער איז שוין אַ געזונטער. (חסר הסיום).