כד. משיחת ש"פ שלח ה'תש"מ.

הנחת הת' בלתי מוגה

א. און טאָן בפועל אין אַלע ענינים, כולל אויך אין דעם ענין פון "פעמעלי פלענינג", ווי מ'האָט גערעדט פריער.

און נוסף צו דעם וואָס מ'האָט גערעדט וועגן "פעמעלי פלענינג", בנוגע צו אידן, אַז מ'דאַרף עס שולל זיין מעיקרא – דאַרף מען זיך אויך משתדל זיין צו דאָס שולל זיין אויך באַ בני נח,

ווי דער רמב"ם פסק'נט אַז ס'איז דאָ אַ מצוה אויף אַ אידן צו באווארענען אַז בני נח זאָלן מקיים זיין זייערע ז' מצוות מיט די אַלע סניפים.

און באַ בני נח איז אויך דאָ דער ענין פון פרי' ורבי' וואָרום "לא תהו בראה לשבת יצרה".

ונוסף לזה: כמה ענינים וואָס מ'טוט אין דעם ענין זיינען אַן ענין פון רציחה און גזילה,

וואָס דערפאַר דאַרף מען דאָס באווארענען אויך בנוגע צו זיי.

און דורך דערויף וואָס מ'וועט רעדן מיט אַ גוי – וועט דאָס גופא פועל'ן אויך אויף זיך (דעם אידן) אַליין.

ב. ועד"ז בנוגע צו אידן גופא – דאַרף מען באווארענען אַז מ'זאָל ניט זיין אַ "נבל ברשות התורה", דורך געפינען היתרים אין תורה פאַר ענינים ואס דער יצה"ר וויל טאָן.

דער איינציקער מאָל ווען מ'קען טאָן די ענינים – איז אויב מ'האָט אַ היתר פון אַ רב,

און ניט אַ היתר וואָס מ'האָט באקומען דורך דערויף וואָס מ'האָט אזוי דערקוטשעט דעם רב, אַז בכדי יענער זאָל זיך פון אים אפטשעפען האָט ער אים געגעבן אַ היתר – נאָר דוקא בשעת מ'האָט אַ היתר ברור פון אַ רב אָן קיינע זייטיקע ענינים.

און דאָס איז נוגע ניט נאָר צו נשים ובנות, וואָס באַ זיי איז מאי קמ"ל אַז זיי דאַרפן טאָן אין דעם – נאָר דאָס איז נוגע אויך צו אנשים.