כה. ב' חלקים משיחת ש"פ קרח תש"מ.

הנחת הת' בלתי מוגה

א. עד"ז דאַרף מען אויך טאָן אין שולל זיין דעם "אויב ומתנקם" וואָס קומען מיט טענות אויף דעם וואָס מ'איז אַרויס קעגן דעם אזוי-גערופענעם "תכנית המשפחה" –

אז ווי קען מען זיך מישן אין חייו הפרטיים פון אַן איש ואשה און זאָגן זיי וויפל קינדער צו האָבן וכו' – ס'איז דאָך היפך הצדק והיושר, היפך פון דער קאנסטיטוציע, און מ'וויל מאַכן אַ "דיקטאטארשיפ" וכו'.

האָט מען אַן ענטפער אויף דערויף פון הנהגת הממשלה פון ארה"ב:

אין דער ממשלה פון ארה"ב איז דאָ אַ מחלקה וואָס ווערט אָנגערופן "פוד ענד דראג אדמיניסטריישאן", וואָס זייער תפקיד איז, און אויף דערויף גיט מען אויס אַ ריבוי געלט און השתדלות און מרץ וכו' – צו בוחן זיין מאכלים און רפואות, צי זיי זיינען ראוי מען זאָל זיך באנוצן מיט זיי, און צי זיי זיינען ניט קיין סכנה פאַר דעם מענטשן וואָס באנוצט זיך מיט זיי.

און אויב נאָך די אַלע בחינות אוין אויספאָרשונגען ווייזט זיך אַרויס אַז דער מאכל אָדער די רפואה איז אַ דבר המזיק – לאזן זיי ניט דעם וואָס פאבריקירט דאָס ער זאָל דאָס אַרויסגעבן און פארקויפן,

און אויב דאָס איז ניט אינגאַנצן אַ דבר המזיק, ד.ה. אַז די זאַך האָט אַ תועלת, די זאַך האָט אָבער אויך תוצאות צדדיות וואָס קענען פועל'ן אויף דעם מענטשן ניט ווי עס דאַרף צו זיין – מאַכן זיי זיכער אַז דער וואָס פאבריקירט דאָס שרייבט אָן אויף אַ צעטעלע וואָס איז אָנגעקלעפט אויף דער קעסטל אָדער בּוּטל – אַז די זאַך האָט אזעלכע און אזעלכע תוצאות,

און אויב ס'איז אַ ספק צי דאָס איז אַ דבר המזיק – באווארענט מען דאָס אויך.

ב. וואָס לכאורה איז דאָס אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק:

יעדער מענטש האָט דאָך די בחירה און די ברירה צי קויפן דעם מאכל אָדער די רפואה, אָדער ניט קויפן דאָס – איז היתכן אַז מען מישט זיך אריין אין זיין פריוואטן לעבן און מ'זאָגט אים וואָס ער מעג עסן און מיט וואָס ער מעג זיך היילן, און אַז דאָס איז אַ דבר המזיק פאַר אים וכו'?!

דער ענין פון אַ מלוכה און אַ ממשלה איז – צו שולל זיין דעם ענין פון "איש את רעהו חיים בלעו", דורך דערויף וואָס ס'איז דאָ מוראה של מלכות, וואָס דערפאַר מאַכט די מדינה חוקים צו באווארענען אַז איינער זאָל ניט מזיק זיין דעם צווייטן;

דא רעדט מען דאָך אָבער ניט וועגן איינעם וואָס וויל מזיק זיין אַ צווייטן (בין אדם לחבירו), מ'רעדט דאָ וועגן חייו הפרטיים פון אַ מענטשן (בין אדם למקום), וואָס ער האָט די ברירה צי קויפן דעם דבר המזיק אָדער ניט, און אויב ער קויפט דאָס איז ער זיך אַליין מזיק, ער רירט ניט אָן קיין זולת – איז וואָס מישט מען זיך אריין אין דעם, און מ'וויל אים ניט לאזן זיך אַליין אויסקלייבן וואָס ער וויל?!

ג. זעט מען אָבער לפועל, אַז די ממשלה מישט זיך בפירוש אריין אין חייהם הפרטיים פון די מענטשן, בכדי צו באווארענען אַז אַ מענטש זאָל זיך אַליין ניט מזיק'ן,

וואָרום דעם תפקיד פון אַ ממשלה ווי עס דאַרף צו זיין איז – צו זאָרגן פאַר אַלע אירע בירגער אַז זיי זאָלן זיך אַליין ניט מזיק'ן, און זיי באווארענען פון אַלע ענינים וואָס קענען אפשר גורם זיין אַ היזק פאַר זיי.

וואָס דערפאַר לייגט די ממשלה אריין אַ ריבוי געלט, און אַ ריבוי השתדלות וכו' צו בוחן זיין אַלע מאכלים און רפואות וואָס ווערן פאבריקירט – צי זיי זיינען אַ דבר המזיק פאַר דעם מענטשן אָדער ניט.

און אויב ס'איז אַ ספק צי דאָס איז אַ דבר המזיק, אָדער אויב פון דעם קומען אַרויס תוצאות צדדיות – באווארענט מען דאָס אויף אַ פאפירל אָנגעקלעפט אויף דער קעסטל אָדער בּוּטל, אַז מ'דאַרף זיך דערפון היטן.

און אויב ס'איז זיכער אַז די זאַך איז נאָר מזיק דעם מעטשן – לאזט מען ניט אַז דער וואָס האָט דאָס פאבריקירט זאָל דאָס ווייטער פאבריקירן,

ביז אַז אויב ער איז ממשיך צו פאבריקירן דאָס – זעצט מען אים אריין אין אַ בית האסורים, און דער עיקר – מ'לאזט אים ניט ממשיך זיין דאָס צו פארקויפן.

ד. דערפון איז פאַרשטאַנדיק במכ"ש וק"ו בנדו"ד:

דורך דעם וואָס מען "ארדענט" איין דעם לעבן לויט אַן אזוי-גערופענער "תכנית המשפחה", און מ'האַלט זיך אָפּ פון האָבן קינדער – איז נוסף לזה וואָס מ'איז זיך אַליין מזיק (כדלקמן) – הרג'ט מען אוועק דורות און דורי דורות וואָס קענען אַרויסקומען דערנאָך,

וואָרום "דמו ודם זרעיותיו (לשון רבים) תלויין בו עד סוף העולם", ווי די משנה זאָגט אין סנהדרין, ד.ה. אַז אין אים זיינען נכלל אַלע קינדער וואָס קענען פון אים אַרויסקומען עד סוף כל הדורות, און בשעת ער האַלט זיך אָפּ פון האָבן קינדער הרג'ט ער אוועק די אַלע קינדער ברוחניות!

דאס איז טאַקע ניט קיין רציחה ע"פ הלכה – אָבער דאָס איז רציחה ברוחניות.

ונוסף לזה – איז דער אזוי-גערופענער "תכנית המשפחה" מזיק דעם מענטשן אַליין, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות: דאָס איז מזיק דעם יחס צווישן דעם מאַן מיט זיין פרוי, דאָס איז מזיק זייערע עצבים,

און ווי רופאי עצבים, און די וואָס טוען אין געבן עצות בחיי איש ואשתו, זאָגן, אַז דורך דעם וואָס מ'איז זיך מגביל לויט אַ "תכנית המשפחה" – איז דאָס מזיק די עצבים פון דעם איש און פון דער אשה, און דאָס איז מזיק דעם יחס ביניהם וכו'.

ה. וואָס וויבאַלד אַז דער ענין פון "תכנית המשפחה" איז אַזאַ דבר המזיק צו דעם מענטשן אַליין, און צו די דורות הבאים – ליגט אַ חוב גמור אויף דער ממשלה פון דער מדינה צו זאָרגן אַז מ'זאָל זיך אַליין ניט מזיק זיין, ווי די ממשלה טוט דאָס אין אַלע ענינים, כנ"ל.

און ניט ווי די וואָס לעבן בטעות גמור (מצד כבוד אָדער מצד ממון וכיו"ב), וואָס זיי מאַכן אַ שטורעם און אסיפות, און מ'קלייבט זיך צוזאמען און מ'שרייט, אַז ע"פ צדק ויושר טאָר מען זיך ניט מישן אין חייהם הפרטיים פון איש ואשתו, און זיי זיינען די וואָס באזאָרגן די קאנסטיטוציע פאַר כל אחד ואחת – אַז קיינער זאָל ניט אנרירן חייהם הפרטיים, און זאָגן זיי וויפל קינדער צו האָבן.

און מ'גיט זיי מעדאלן, און מ'קלאפט זיי אויף דער פּלייצע – אַז זיי זיינען די וואָס האָבן געטאָן אזוי פיל פאַר דער קאנסטיטוציע, און פאַר מענטשהייט בכלל וכו' וכו'.

וואָס דאָס איז אַ טעות גמור – וואָרום בשעת עס רעדט זיך וועגן אַ דבר המזיק צו אנשי המדינה – איז דער תפקיד פון ממשלת המדינה (אויב דאָס איז אַ ממשלה ווי עס דאַרף צו זיין) צו זאָרגן אַז קיינע פון אירע בירגער זאָל זיך אַליין ניט מזיק זיין, ניט רעכענענדיק זיך מיט דער טענה ווי מישט מען זיך אין חייו הפרטיים.

ו. ווי מ'זעט עס במוחש:

בשעת איינער קריכט ארויף אויף אַ בריק און וויל זיך פון דאָרטן אַראָפּווארפן אין וואסער פון טייך – מאבאליזירט מען אַ סאַך פון די משטרה, און מ'קומט מיט שיפעלעך, און מיט הויך-הילכער'ס און מ'גיט אויס גרויסע געלטער, בכדי צו אפהאַלטן יענעם פון אריינווארפן זיך אין טייך.

און אע"פ וואָס יענער טענה'ט אַז דאָס איז חייו הפרטיים שלו, און כל זמן ער איז ניט מזיק קיין זולת קען ער טאָן וואָס ער וויל מיט זיין לעבן, איז וואָס מישט מען זיך –

זעט מען אָבער אַז אויב דאָס איז נאָר אַ נאָרמאַלע ממשלה און אַ נאָרמאַלע פאליציי – לאזט מען אים בשום אופן ניט אַראָפּווארפן זיך פון בריק און זיך אַליין מזיק זיין.

ביז אַז אפילו אויב ער איז אַ מענטש וואָס איז 119 יאָר מיט 364 טעג אלט – לאזט מען אים אויך ניט אַראָפּווארפן זיך פון בריק.

און דאָס איז אַ דבר המפורסם לכל – מ'זעט כסדר אין די צייטונגען וועגן אזעלכע פאסירונגען, און ווי מ'טוט אַלץ ניט צוצולאזן אַז יענער זאָל זיך מזיק זיין.

און דערנאָך גיט מען מעדאלן צו דער משטרה וואָס האָט געראטעוועט דעם מענטשן.

ז. עד"ז בעניננו:

דורך דערויף וואָס מ'איז מונע דעם טבע הרגיל פון לידה, און דעם טבע הרגיל אין דעם יחס צווישן איש ואשתו – ווערט אַ היזק פאַר דעם מאַן און פאַר זיין פרוי.

און ווי דערמאָנט פריער, אַז מ'דאַרף נאָר גיין און פרעגן באַ דאקטוירים אין די ענינים פאַרבונדן מיט עצבים, און פאַרבונדן מיט דעם יחס בין איש לאשתו – וועלן זיי זאָגן אַז די עצבים פון דעם איש ואשתו ווערן געשעדיקט דורך דעם אופן ההנהגה פון "תכנית המשפחה".

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק צו יעדן נאָרמאַלן מענטש, אַז מ'דאַרף שולל זיין לגמרי אַזאַ אופן ההנהגה,

וכמובן בפשטות אַז קיינע עלטערן ווילן ניט אַז מ'זאָל שיקן זייערע קינדער אין אַ משוגעים-הויז, און זיי וועלן טאָן אַלץ מעגליך ניט צוצולאזן אַז מ'זאָל דאַרפן טאָן אַזאַ זאַך –

איז דאָך עד"ז בעניננו: וויבאַלד דער ענין פון "תכנית המשפחה" שעדיקט אַ מענטשן בעצבים שלו – וועלן עלטערן זיכער אפהיטן אַז זייערע קינדער זאָלן זיך ניט פירן אזוי.

און וויבאַלד אַז דאָס איז נוגע צו דער בריאות פון יעדן יחיד – דעפאַר איז אַ חוב אויף די ממשלה פון דער מדינה צו טאָן אַלץ בכחם ניט צוצולאזן אַז מ'זאָל זיך מזיק זיין.

ח. ולא כדעת הטועים וואָס גייען ארום און שרייען אַז אדרבה – ס'איז אַ גוטע זאַך צו מסדר זיין דעם לעבן לויט אַ תכנית, און דאָס וועט צוגעבן אין דעם לעבן פון דעם איש ואשתו וכו'.

און מ'מאַכט אסיפות און זיצונגען, און עס שטעלט זיך אוועק רעדן אַזאַ וואָס האָט אַזאַ און אַזאַ "דיפלאמא", מיט אַ "דיגרי", מיט אַ "טיטול" – און ווייזט אָן ווי מ'דאַרף איינארדענען דעם לעבן, און דורך דערויף מוסיף זיין אין דער זעלבסט-צופרידנקייט וכו'.

און דערנאָך גיט מען אים אַ מעדאל פאַר זיינע אויפטוענגען פאַר מענטשהייט און פאַר דער גאנצער וועלט.

ונוסף לזה שרייט מען אויך לאידך גיסא – אַז אויב מען מישט זיך אריין אין חייהם הפרטיים פון אַן איש ואשה, און מ'זאָגט זיי אַז מ'דאַרף האָבן אַ סאַך קינדער – רירט מען דורך דערויף אָן די קאנסטיטוציע מיט דעם "חופש" פון דעם איש ואשתו, כנ"ל.

דאַרף מען וויסן אַז פון די מענטשן וואָס טענה'ן אזוי דאַרף מען זיך ספּעציעל היטן, ווי ינאי המלך האָט געזאָגט צו זיין טאכטער "אל תתייראי מן הפרושין . . אלא מן הצבועין שדומין לפרושין שמעשיהם כמעשה זמרי ומבקשין שכר כפנחס" –

וואָרום כאמור, וואָס זיי טענה'ן איז אַ טעות גמור און אַ טעות מעיקרא, און די מציאות איז פּונקט פארקערט ווי זיי טענה'ן:

אז מ'וועט גיין צו דאקטוירים אין די ענינים, און מ'וועט באַ זיי פרעגן וואָס איז די תוצאה פון מונע זיין דעם טבע הרגיל פון לידה און פון חיי המשפחה – וועלן זיי זאָגן, ע"פ די אַלע פאלן וואָס זיי האָבן געהאַט צוטאָן מיט זיי, אַז אין רוב פון די פאלן רירט דאָס אָן און איז מזיק די עצבים פון דער איש ואשה.

ט. און מ'דאַרף זיך אפילו ניט צופיל משתדל זיין צו דאָס אויסגעפינען – וואָרום דאָס ליגט באַ די דאקטוירים מן המוכן, אין זייערע רשימות פון די אַלע פאלן וואָס זיי האָבן געהאַט צוטאָן מיט זיי,

מ''דאַרף נאָר צוזאמענקלייבן די ציפערן און די פראצענטן פון מענטשן וואָס זיי האָט דאָס געשאדט.

און טאָן דאָס ע"פ חוק המדינה, וואָס דאָס איז – אַז מ'קלייבט צוזאמען נאָר די ציפערן פון מענטשן, אָן זייערע נעמען, ועד"ז ניט דערמאָנען די נעמען פון די דאקטוירים.

ס'איז מערניט וואָס דער וואָס טוט דאס, דאַרף זיין איינער וואָס זוכט דעם אמת – וואָס דעמולט איז זיכערע זאַך אַז ער וועט זעהן אַז די רעזולטאטן זיינען ווי גערעדט פריער, אַז דאָס רירט אָן די עצבים פון רוב מענטשן.

און דערנאָך זאָל ער מפרסם זיין די רעזולטאטן פון זיין אויספאָרשונג, און מ'וועט אים געבן אַ מעדאל פאַר זיינע אויפטוענגען אין טאַקע אַרויסהעלפן מענטשהייט (ע"ד ווי מ'גיט אַ מעדאל פאַר דעם צד שכנגד, כנ"ל).

ביז אַז די רעזולטאטן וועלן אָנקומען צו יעדער איינעם, אַז מ'זאָל קענען זעהן בעיני בשר אַז דער ענין פון "תכנית המשפחה" שעדיקט אַ מענטשן,

ביז אַז אויך די וואָס האָבן פריער געשריען אַז דאָס העלפט אַ מענטשן – וועלן אַרויסקומען און זאָגן "דברים שאמרתי לכם טעות הן בידי" און זיי וועלן אויך אַרויסקומען קעגן דעם ענין פון "תכנית המשפחה".

וואָס דאָס דאַרף מען אויך האָבן אַז זיי זאָלן מודה זיין – בכדי צו געבן מער תוקף אין דעם ענין, ובפרט באַ די וואָס האָבן זיך פריער צוגעהערט צו זיי.

י. כל האמור לעיל איז ניט ע"פ תורה דוקא; אַ איד דאַרף טאַקע לעבן ע"פ התורה ומצוותי', און האמור לעיל איז אויך אין איינשטימונג מיט דרך התורה ומצוותי' – אַז מ'דאַרף זיך ניט אריינמישן און מונע זיין דעם דרך הטבע הרגיל פון לידה וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט –

אָבער צוזאמען דערמיט איז דאָס אויך אַן ענין וואָס מ'קען דאָס געבן צו פאַרשטיין אפילו אַ גוי.

און מ'דאַרף זיי דאָס טאַקע געבן צו פאַרשטיין, בכדי צו פועל'ן אויף זיי אַז אויך זיי זאָלן ניט טאָן ענינים המונעים הלידה וכו' –

וואָרום ס'איז אַ מצוה אויף אַ איד צו פועל'ן אויף בני נח אַז זיי זאָלן מקיים זיין זייערע ז' מצוות, ווי דער רמב"ם פסק'נט (לדוגמא – די מצוה פון אבר מן החי), און אַז זיי זאָלן זיי מקיים זיין דערפאַר וואָס "צוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו ע"י משה רבינו שבני נח מקודם נצטוו בהן",

ועד"ז בנוגע לענין זה, וואָס אין אים איז דאָ דער ענין פון רציחה, "שופך דם האדם באדם", ובפרט אַז דאָס איז אויך אַן ענין כללי ביי אַ גוי, וואָרום אויך אַ גוי איז מחוייב אין ישוב העולם – "לא תהו בראה לשבת יצרה",

במילא דאַרף מען אויך אויף זיי פועל'ן אַז זיי זאָלן האָבן קינדער, און לעבן אַ נאָרמאַלן פאמיליע לעבן, זיך ניט אריינמישן און מונע זיין דרך הטבע בזה.

וואָס בכדי אַז מ'זאָל אויף זיי פועל'ן – מוז מען זיי פריער מסביר זיין דעם ענין אין דעם, וואָס אויף דערויף קומט די הסברה וואָס מ'האָט פריער גערעדט, וואָס איז אויך שייך אַז גוים זאָלן דאָס פאַרשטיין.

יא. און מ'דאַרף טאָן אין דעם – סיין בנוגע צו אידן און סיי בנוגע צו גוים – ניט רעכענענדיק זיך מיט קיינע מניעות ועיכובים, און מיט קיינע שוועריקייטן, וואָס דער וועט זאָגן און וואָס יענער וועט זאָגן.

און אפילו אַז "הם רצים" – עס זיינען דאָ אזוינע וואָס לויפן און שטורעמען אַז מ'דאַרף זין פירן לויט אַ "תכנית" אין משפחה-לעבן, און בשעת מ'קומט אַרויס קעגן דעם ענין פון "תכנית המשפחה", שרייען זיי אַז מ'טאָר זיך ניט מישן אין חייהם הפרטיים פון איש ואשתו, כנ"ל –

דאַרף מען דערפון ניט נתפעל ווערן, און עס דאַרף זיין "אנו רצים" צו טאָן מיט אַ שטורעם קעגן דעם ענין פון "תכנית המשפחה",

און טאָן אין דעם בנוגע צו אידן ועד"ז – זיין אַן "אור לגוים", וואָס דאָס איז אויך דער תפקיד פון אַ אידן – פועל'ן אויך אויף גוים אין דעם ענין, כנ"ל.

יב. אין דערויף האָט מען אויך דעם לימוד פון י"ב-י"ג תמוז:

עס האָט זיך אוועקגעשטעלט איין איד קעגן אַ מלוכה אדירה, און ער איז פון קיין זאַך ניט נתפעל געוואָרן, און ער האָט מכריז געווען, אַז די נשמה איז קיינמאָל אין גלות ניט געגאָנגען, ובמילא איז אוממעגליך אַז מ'זאָל עפּעס אנרירן אין דעם, און דערפאַר וועט מען זיך ניט בייגן אויף קיין ענין וואָס רירט אָן אידישקייט!

און אפילו ווען אַנדערע האָבן געזאָגט שקרים – איז ער דערפון ניט נתפעל געוואָרן, וואָרום ער איז געגאָנגען מיט תורה, וואָס זי איז תורת אמת.

וואָס דערפון האָט מען דעם לימוד אויך בזמננו, אויף ניט נתפעל ווערן פון קיין זאַך ווען עס קומט צו אַן ענין וואָס רירט אָן אידישקייט, און אויך ניט נתפעל ווערן פון די וואָס זאָגן שקרים, און לעבן בטעות מיט דעם וואָס זיי מיינען אַז די וועג צו ברענגען גליק אין לעבן איז דורך "תכנית המשפחה", און מ'טאָר זיך ניט מישן אין חייהם הפרטיים פון אַנדערע וכו', כנ"ל –

וואָרום וויבאַלד אַז תורת אמת זאָגט אַז ס'איז ניט אזוי, איז דאָס זיכער ניט אזוי, און במילא אַז מ'גייט מיט תורת אמת האָט מען ניט וואָס צו נתפעל ווערן פון די טענות של שקר.

יג. ...מ'דאַרף ניט נתפעל ווערן פון קיינע מניעות ועיכובים, און גיין פועל'ן סיי אויף אידן און סיי אויף להבדיל גוים בנוגע צו שלילת הענין פון "תכנית המשפחה".

און מ'דאַרף זיי מסביר זיין אַז אזוי זאָגט תורת אמת, אַז מ'דאַרף לעבן אַ נאָרמאַלן לעבן, און ניט מישן זיך אין די חשבונות פון דעם אויבערשטן, און ח"ו מונע זיין די ברכה און די מתנה פון דעם אויבערשטן – צי מ'זאָל האָבן אַ סאַך קינדער אָדער ווייניק קינדער, צי מ'זאָל האָבן זכרים אָדער נקבות וכו'.

און אויב מ'וועט זיי נאָר מסביר זיין אַז תורה זאָגט אַז דאָס איז אַ נאָרמאַלער לעבן, און אַז דאָס איז צדק ויושר, און זיי מסביר זיין דאָס בטוב טעם – וועט מען זיכער פועל'ן אויף זיי,

וואָרום היינט איז ניטא די מציאות פון אפיקורסים, ס'איז נאָר דאָ עמי הארצים, וואָס זיי ווייסן ניט וואָס תורה זאגט, און זיי מיינען אַז תורה איז היפך הצדק והיושר, און אַז תורה זאָגט צו לעבן היפך פון אַ נאָרמאַלן לעבן (וע"ד ווי זיי מיינען בנוגע צו טהרת המשפחה) –

דערפאַר, אַז מ'וועט זיי מסביר זיין אַז ס'איז פּונקט פארקערט, אַז דוקא ע"פ תורה האָט מען צדק ויושר, און אַז דוקא ע"פ תורה קען מען לעבן אַ נאָרמאַלן לעבן, מיט די אַלע ביאורים בזה – וועט מען זיכער פועל'ן אויף זיי.

יד. ובעניננו: מען דאַרף זיי מסביר זיין, אַז תורה זאָגט אַז מ'דאַרף לעבן אַ נאָרמאַלן לעבן, וואָס דאָס מיינט אַז נאָך דעם וואָס אַן איש ואשה האָבן חתונה דאַרפן זיי האָבן קינדער.

ולא כדעת אלו אַז פריער דאַרף מען האָבן אַ מיליאָן דאָלאַר אין באַנק, און ערשט דערנאָך קען מען האָבן אַ קינד וואָס מ'וועט אים קענען אויפהאָדעווען און ערציען כדבעי!

אַיי ווער האָט אים מיט איר ערצויגן אַלע יאָרן, און דערנאָך געפירט זיי צו דער חופה וכו'?

וואָס יעדער איינער פאַרשטייט דאָך אַז ס'איז ניט "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה", נאָר דער אויבעשטער איז דער וואָס גיט געלט און אַלע ענינים בשעת מ'דאַרף דאָס האָבן – במילא איז פּונקט ווי ער האָט געגעבן זייערע עלטערן אַלע ענינים בכדי צו קענען ערציען זייערע קינדער, וועט ער זיכער געבן אויך דעם מאַן און פרוי אַלע ענינים בכדי זיי זאָלן קענען ערציען זייערע קינדער.

און אפילו אויב איינער האַלט ניט אזוי – פאַרשטייט דאָך יעדער איינער אַליין אַז אויב מ'וועט אים זאָגן אַז אַן אכצען יאָריקער אינגל מיט אַן אכצן יאָריקע מיידל האָבן חתונה געהאַט מיט זייערע אייגענע געלט און זייער אייגענע האָרעוואניע – וועט ער זיך אויסלאכן, וואָרום ס'איז ניט במציאות,

נאָר ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז זיי האָבן געהאַט עלטערן אָדער ידידים וואָס האָבן זיי געפירט צו דער חופה, און אָפּגעצאָלט די אַלע הוצאות וכו'.

וואָס אויך לפ"ז קומט אויס אַז ווען אַן איש ואשה האָבן חתונה, זיינען זיי ניט אין אַ מצב וואָס זיי קענען זאָגן "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה" – נאָר ס'איז כחם ועוצם ידם פון זייערע עלטערן, וואָס בפנימיות איז דאָס "לי הכסף ולי הזהב".

וואָס דערפאַר דאַרף מען ניט מאַכן קיינע חשבונות, אַז פריער דאַרף מען האָבן אַ מיליאָן דאָלאַר אין באַנק, און ערשט דעמולט קען מען האָבן קינדער – וואָרום ס'איז ניט "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה", און דער וואָס דאַרף זאָרגן פאַר די געלט צו ערציען די קינדער וועט דאָס שוין מסדר זיין.

טו. אויף איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל די נקודה,

[וואָס באמת קען מען רעדן וועגן דעם באריכות גדולה יותר, און עס ווערט ניט אויסגעשעפט – וואָרום תורה איז "ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים" – אָבער מ'דערמאָנט דאָ נאָר עטליכע נקודות בדבר]:

מען דאַרף וויסן אַז ס'איז אַ היזק פאַר זיך און אַ היזק פאַר אַלע מענטשן בשעת מ'איז מונע לידה און מען מישט זיך אין דרכי ה', וואָס "לא תהו בראה לשבת יצרה" – אַז עס זאָל זיין "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה", אַז מ'זאָל זיך מערן און אָנפילן די וועלט און איר איינעמען.

און דערפאַר דאַרף מען זיך משתדל זיין אין דעם סיי בנוגע צו אידן און סיי בנוגע צו גוים להבדיל.

ביז אַז מ'דאַרף אויך פועל'ן אַז די ממשלה פון דער מדינה אַליין זאָל דאָס באווארענען, וואָרום דאָס איז איר תפקיד צו אפהיטן אירע בירגער פון היזק.

וואָס דאָס קען מען זיכער פועל'ן אויף דער ממשלה – אויב מ'וועט נאָר צוגיין מיט אַ נאָרמאַלן צוגאנג צו די פון "קאנגרעס" אָדער פון "סענאט",

וואָס זיי זיינען דאָך נאָרמאַלע מענטשן, ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק דערפון גופא וואָס זיי האָט מען בוחר געווען, וואָס בכדי אַז מ'זאָל זיי בוחר זיין האָבן זיי געדאַרפט טאָן געוויסע ענינים,

און מ'וועט מיט זיי רעדן אין אַ נאָרמאַלן אופן, און מ'דאַרף ניט זיין קיין מגזם צי אַ דרשן אָדער אַ גרויסער רעדנער, נאָר רעדן מיט זיי פשוט'ע ווערטער, און מסביר זיין זיי מיט אַ נאָרמאַלן הסבר וואָס דער ענין בזה איז,

און וויבאַלד אַז ער איז אַ נאָרמאַלער וועט ער אַליין פאַרשטיין וואָס מ'מיינט,

און דעמולט איז אַ זיכערע זאַך אַז עס וועלן דערפון אַרויסקומען נאָרמאַלע תוצאות.

און יעדער איינער וואָס קען אין דערויף טאָן – דאַרף אין דערויף טאָן, וביתר שאת וביתר עוז, און אין אַן אופן דמוסיף והולך ואור.