כו. ג' חלקים משיחת ש"פ נח ה'תשמ"א.

הנחה פרטית בלתי מוגה

א. מ'האָט פריער גערעדט (סל"ה ואילך) אַז בשעת נח איז אַרויס פון תיבה האָט ער מורא געהאַט צו האָבן קינדער טאמער עס וועט נאָכאַמאָל זיין אַ חורבן העולם, און דערפאַר האָט ער משנה געווען אַז ער איז אַרויס פון תיבה אין דעם סדר "נח ובניו אשתו ונשי בניו" ניט ווי דער אויבערשטער האָט אים אָנגעזאגט.

וואָס לכאורה איז דאָס אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק:

ווי קומט עס צו נח וואָס "איש צדיק תמים הי'" אַז בשעת דער אויבערשטער זאָגט אים אַ ציווי "צא מן התיבה אתה ואשתך ובניך ונשי בניך" – זאָל ער דאָס ניט טאָן, און מורא האָבן און דאגה'ן?!

ב. ...די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער:

חזקי' האָט געזען בנבואה אַז פון אים וועט אַרויסקומען מנשה – האָט ער ניט געוואָלט האָבן צו טאָן מיטן גאַנצן ענין פון פו"ר, און דערפאַר האָט מען אים מעניש געווען ווי עס ווערט דערציילט אין מדרשים.

וואָס באַ חזקי' איז דאָס געווען אַ דבר ברור אַז פון אים וועט אַרויסקומען מנשה, און אעפ"כ האָט מען אים מעניש געווען פאַר ניט וועלן האָבן קינדער –

איז דאָך במכ"ש וק"ו בנוגע צו נח'ן, וואָס ער האָט ניט געוואָלט מקיים זיין ציווי ה' פון פו"ר מצד אַ ספק טאמער עס וועט נאָכאַמאָל זיין אַ חורבן – איז דאָס זיכער ניט געווען אַ ריכטיקע זאַך צו טאָן – איז ווי קומט עס אַז ער זאָל דאָס טאָן?!

ג. דער ביאור בזה קען מען זאָגן אויף כמה אופנים, איינער פון זיי:

נח האָט געווואוסט פון דעם ציווי "שופך דם האדם באדם", און ער האָט פאַרשטאַנען די טייערקייט פון אַ נפש, ובמילא פון פקו"נ און אפילו פון ספק פקו"נ,

און ער האָט אויך ערשט געזען אַ מבול וואָס האָט אָפּגעווישט דער גאנצער מין האנושי פון די וועלט, און ניט נאָר דער מין אנושי, נאָר אויך מין החי, ביז אויך מין הצומח, ביז אַז דאָס האָט אויך גע'פועל'ט אין דומם, ווי רש"י זאָגט עה"פ (ו, יג) "והנני משחיתם את הארץ" – "את הארץ – עם הארץ, שאף ג' טפחים של עומק המחרישה נמוחו ונטשטשו" –

איז זעענדיק דאָס אַלץ און זעענדיק וואָס האָבן קינדער קען צוברענגען, און כל זמן אַז ער האָט ניט געוואוסט בודאות אַז עס וועט ניט זיין נאָך אַ מבול וואָס וועט אַלץ בטל מאַכן – איז דאָס ניט בגדר אנושי אַז גלייך דער ערשטער זאַך ווען ער גייט אַרויס פון תיבה, פאַר טראכטן וועגן אַ צווייטע זאַך, זאָל ער אַרויסגיין פון תיבה מיט אשתו, און האָבן נאָך קינדער!

אָבער אעפ"כ האָט דער אויבערשטער געזאָגט נח אַז דאָס איז ניט דער דרך, און ער האָט אים נאָך צוויי מאָל געזאָגט אַז עס דאַרף זיין "פרו ורבו ומלאו את הארץ" (ט, א. ח).

ד. וואָס אפילו בנוגע צו די הוה אמינא און די טענה פון נח – איז דאָס געווען פאַר מ"ת, און אין אַ מצב וואו די גאנצע וועלט איז חרב געוואָרן (חוץ פון נח ובני ביתו);

משא"כ אָבער איצטער איז דאָך נאָך מ"ת און ס'איז דאָ אַ גאנצע וועלט, און מ'האָט אַ ציווי אַז מ'דאַרף האָבן קינדער, "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה", ואדרבה – דאָס איז די ערשטע מצוה אין די תורה, וואָס דאָס באווייזט אויך אויף דער חשיבות שבדבר,

ונוסף לזה האָט מען דעם ציווי צו מחנך זיין קינדער – "ושננתם לבניך" און "למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט" – דאַרף מען דאָך האָבן קינדער צו מקיים זיין דעם ציווי –

דערפאַר איז ניטא קיין ענין און קיין הוה אמינא אין אריינגיין אין חשבונות און טאָן פעולות שונות צו מונע זיין פון האָבן קינדער וכו' וכו', ווי מ'טוט דאָס היינט.

ה. און מ'דאַרף זיך ניט אריינלאָזן אין חשבונות וואו וועט מען געפינען מזון פאַר נאָך קינדער וכו' – ווי יעדער איד זאָגט און גלויבט אַז "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם הזן את העולם כולו בטובו בחן ובחסד וברחמים",

וואָס דאָס גלויבט דאָך יעדער איד, וואָרום היינט איז ניט שייך דער ענין פון "מקטני אמונה" ווי ס'איז געווען באַ נח'ן.

און דערפאַר דאַרף מען זיך ניט אריינמישן אין דעם אויבערשטן'ס חשבונות, וואו ער וועט געפינען מזון פאַר נאָך קינדער.

בנוגע צו זיך אַליין און די קינדער וואָס ער האָט שוין פון פריער – האָט ער ניט קיין ברירה, און וויבאַלד אַז "אדם לעמל יולד" האָרעוועט ער אויף האב אכילה ושתי'; בנוגע אָבער צו אַראָפּברענגען נאָך אַ נשמה אין אַ גוף – דאָס וויל ער ניט!

זאָגט מען אים, כאמור, אַז דאָס איז דעם אויבערשטן'ס חשבון ווי צו שפייזן אַלע קינדער אין דער וועלט – און ער דאַרף מקיים זיין דעם ציווי פון דעם אויבערשטן "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה", און איבערלאזן אַלע אַנדערע חשבונות פאַר דעם אויבערשטן.

ו. ובפרט בזמן זה, וואָס מ'וויל דאָך האָבן די גאולה און וואָס שנעלער –

זאָגן רז"ל אַז "אין בן דוד באַ עד שיכלו כל נשמות שב(אוצר הקרוי) גוף".

איז דורך דערויף וואָס אַ פּאָר-פאָלק האָבן ניט קיין קינד, און קינדער – האַלטן זיי אָפּ משיח פון קומען ח"ו, און מ'האַלט זיך אַליין מיט אַלע ששים ריבוא מישראל נוסף אויף נשים וטף, אַז מ'זאָל זיך מאַטערן אין גלות! און מ'האַלט אויך די שכינתא בגלותא!

וואָס מצד דעם ענין ווערט נאָכמער נתחזק פאַרוואָס מ'זאָל האָבן קינדער, און אויפהערן געבן הסברות מיט טעמים וכו', און ארומגיין צוטומלט און זוכן וואָס צו טאָן.

ז. מ'דאַרף נאָר האָבן אַ בטחון חזק אין דעם אויבערשטן און מקיים זיין זיין ציווי פון "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה".

און דורך דערויף אין מען פאַרזיכערט אַז עס וועט אַלץ זיין מתוך שמחה, וואָס שמחה איז פורץ גדר, און מתוך עונג,

...און דערפאַר איז דער תענוג ושמחה וואָס מ'וועט האָבן דורך דערויף וואָס מ'וועט מקיים זיין דעם ציווי פון דעם אויבערשטן "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה", פורץ זיין אַלע מדידות והגבלות, און אַלע ענינים וואָס מ'וועט דאַרפן האָבן וועט דער מאַן און אויך זיין פרוי האָבן, אָדער דער פרוי און אויך איר מאַן האָבן.

ח. און דערביי דאַרף מען אויך וויסן, אַז אזוי ווי יעדער מצוה טוט אויף אַ פעולה אין וועלט, לדוגמא – מצות צדקה [וואָס איז "שקולה כנגד כל המצוות"] טוט אויף אַז עס זאָל זיין "החיית נפש העני", עד"ז אויך די מצוה פון פו"ר טוט אויף אַ פעולה אין וועלט און אַ פעולה נפלאה:

דורך דעם וואָס מ'איז מקיים מצוות פו"ר און מ'האָט אַ קינד איז מען מגלה דער כח הא"ס אין וועלט. און דאָס איז די איינציקע וועג צו מגלה זיין כח הא"ס אין וועלט!

און דערנאָך בשעת ער איז מחנך דעם קינד (אדער קינדער) כדבעי, וועט דער קינד (ווען ער וועט אויסוואַקסן) אויך האָבן קינדער און מגלה זיין דער כח הא"ס אין וועלט, ביז אַז די בני בנים וועלן אויך האָבן קינדער און מגלה זיין דעם כח הא"ס אין וועלט, און אזוי עד סוף כל הדורות!

וואָס דערפון קומט אויס אַז דורך דערויף וואָס ער איז מקיים איינמאָל די מצוה אחת פון פו"ר, קומט דערפון אַרויס מצוות עד סוף כל הדורות!

ט. פון כל הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק דער זכות גדול און גילוי גדול און חיוב גדול אויף כאו"א צו מקיים זיין דער ציווי פון דעם אויבערשטן "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה".

און הגם אַז נח האָט געהאַט אַ טענה פאַרוואָס ניט צו מקיים זיין דער מצוה – איז אָבער פון דאָרטן גאָר אַ הוראה – וואָרום דער אויבערשטער האָט גלייך באווארנט נח'ן מיט נאָך צוויי מאָל איבער'חזר'ן דעם ציווי "פרו ורבו ומלאו את הארץ", אַז ער (נח) איז ניט גערעכט מיט זיין טענה און חשבון, נאָר ער דאַרף מקיים זיין דעם ציווי פון "פרו ורבו גו'".

און כאמור, דורך דערויף טוט מען אַ טובה פאַר זיך, און מ'איז אויך פארזיכערט אַז מ'וועט האָבן אַלע ענינים וואָס מ'דאַרף האָבן, און מ'וועט האָבן אַ סאַך נחת, ניט נאָר וואָס מ'טוט דורך דערויף אַ טובה דעם אויבערשטן אוּן דער אויבערשטער האָט דערפון נחת – "נייחא לעליונים" – נאָר מ'האָט אויך דער צווייטער "נח" – "נייחא לתחתונים", מנוחה און נחת אויך בגשמיות פאַר זיך אַליין.

י. ואין כאן המקום להאריך בדבר מובן ופשוט – מ'דאַרף נאָר נאָכאַמאָל מעורר זיין וועגן דעם מצד דער גודל הענין בזה.

ובפרט איצטער וואָס מ'דאַרף האָבן די גאולה, אַז "בן דוד" זאָל קומען, דאַרף מען אויפטאָן וואָס שנעלער אַז עס זאָל זיין "יכלו כל הנשמות שבגוף".

און ווי די קינדער רופן און בעטן אַז מ'וויל האָבן משיח "נאַו" (איצטער) און מ'וויל ניט וואַרטן – איז טוט אַייערע קינדער אַ טובה און ברענגט משיח צדקנו דורך דעם וואָס "יכלו כל הנשמות שבגוף"!!!

און מ'טוט אין דעם בשמחה ובטוב לבב, ומתוך טהרת המשפחה און אויך אין די אַנדערע מבצעים, און דער עיקר – מ'האָט בטחון אין דעם אויבערשטן אַז אַלס וועט זיין גוט, און כאמור לעיל, מ'האָט דעקונג (ווי מ'זאָגט במדינה זו) פון דעם אויבערשטן אויף דעם.

און דורך דערויף טוט מען אויף אַז מ'גייט בקרוב ממש מקבל זיין פני משיח צדקנו, און זיי – די קינדער – גייען בראש, "הם הכירוהו תחילה",

"בבנינו בבנותינו בנערינו ובזקנינו", "קהל גדול ישובו הנה".

[צוה להילדים לנגן "ווי וואָנט משיח נאַו"].


 

[1] חלק משיחה זו נדפסה בלקו"ש חכ"ה שיחה ג' לפ' נח – נדפסה לעיל.