כז. משיחת ש"פ וישלח ה'תשמ"א.

הנחה פרטית בלתי מוגה

א. בהמשך להאמור לעיל וועגן דעם ענין פון אַ חתונה, וואָס די כוונה דערפון איז דער "ויברך אותם אלקים ויאמר להם אלקים פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה" (בראשית א, כח) – איז כאן המקום אויך דערמאָנען וועגן דעם ענין.

וואָס בפשטות מיינט דאָס – אַז מ'זאָל האָבן אַ ריבוי בנים ובנות.

און ווי דאָס איז געווען באַ יעקב אבינו, אַז ער האָט געהאַט י"ב שבטים, וואָס דאָס איז געווען דער מספר פון קינדער וויפל דער אויבערשטער האָט פאַר אים באַשטימט צו האָבן, און דוקא דעמולט וואָס ער האָט געהאַט די אַלע י"ב קינדער, איז געוואָרן "מטתו שלימה".

ועד"ז דאַרף זיין באַ כאו"א, אַז מ'דאַרף זיך ניט אריינמישן אין דעם חשבון פון דעם אויבערשטן וויפל קינדער ער האָט באַשטימט אַז אַ געוויסע פּאָר-פאָלק זאָלן האָבן – נאָר עס דאַרף זיין "פרו ורבו ומלאו הארץ וכבשוה", מ'דאַרף האָבן אַ ריבוי בנים ובנות, וויפל דער אויבערשטער האָט באַשטימט פאַר דער פּאָר-פאָלק.

און ס'איז ניט דער פירוש אַז דורך דערויף וואָס מ'האָט אַסאַך קינדער רירט עס עפּעס אָן אין בריאות הגוף אָדער אין פרנסה – נאָר אדרבה: ע"ד ווי ס'איז געווען באַ יעקב, אַז דורך דערויף וואָס ביי אים איז געוואָרן "מטתו שלימה", האָט עס ניט געשטערט אָדער אָפּגעשוואכט דעם גוף, נאָר ער איז געוואָרן "שלם בגופו", און ניט געשטערט צו פרנסה, נאָר ער איז געווען "שלם בממונו", ועד"ז איז באַ כאו"א.

און בשעת מ'איז מקיים דער ציווי ה' פון "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה", און מ'האָט אַ ריבוי בנים ובנות – איז מען דערנאָך זוכה צו זען ווי זיי זאָלן אויסוואַקסן צו זיין עוסקים בתומ"צ.